אויף קברים פון ברידער קײַן צלם ז’ניטאָ, אַלמנות אויף קברים ניט ווײנען. בוקעטן פון בלומען מע זעט1 שטאַנדיק דאָ מיט פלאַם פון זיכרון אינײנעם. קאַפּויר איז געשטאַנען די ערד פריער דאָ, און הײַנט ליגן דאָ גרעניט־שטײנער. מערכה פּערזענלעכע זעט מע נישט דאָ זײ אַלעזען אויס גלײַך ווי אײנער. אין אײביקער פלאַם זעסט ווי פלאַמען דער טאַנק, די שטעט און די רוסישע דערפער. ווי פלאַמען סמאָלענסק, גאָר אַ פרעמדער רײכסטאַג, די האַרצן פון זעלנער און קעמפער. אויף קברים ז’ניטאָ קיין אלמנות געווײן, דאָ קומען די שטאַרקערע מענער. אויף קברים אָן צלם עס קען זיך באַגײן פון דעם ווערט די פּײַן גאָר ניט קלענער.
1 מע זעט \ קענס זען.
 
© אלכסנדר עפּעלזאַפט. איבערזעצונג, ?
© מרק אפלזפט. ביצוע, 2016