ס’גײט אַ קלאַנג: “ס’איז פאַרברענט אַלץ ביז שפענט,
ניט אומגלעך פאַרזײען די תּבואה?”
ס’גײט אַ קלאַנג, אַז די ערד ז’ניט דערקענט...
נײן! איך צײַטווײַליק שווײַג! - מײַנע שבועה.
ערד איז אײביק מיט מוטער־געקלאַנג,
צווײטער קול זינגען יאַמען גרין־בלויע.
“גאָר פאַרברענטע איז ערד” - ס’גײט אַ קלאַנג,
“נײן! האָט צרה געמאַכט מיך אַ גרויע”...
גלײַך ווי שניטן, טראַנשײען זען אויס,
דאָ ז’ווי ווײטיק, צעעפנטע גריבער.
הוילע ערדישע נערוון נעגויס
לייד ניט וועלטישע וויסן דעריבער.
ערד איז העלד! זי האָט מוטיקער גאַנג!
ניט פאַרשרײַב איר אַ קאַליקע - ווײטיק!
ס’גײט אַ קלאַנג: “האָט די ערד קײַן געזאַנג
און געוואָרן אַ שטומע אויף אײביק...”
|