איך ווידער פלי. פון מאָסקווע ביז אָדעסע,
פלאָט וויל ניט לאָזן פליען סאַמאָליאָט,
אָט גײט אין בלויען פאָרמע די בת־מלכה - סטיואַרדעסע,
אַ זיכערע ווי גאַנצער בירגער פלאָט.
שטאָט מורמאַנסק איז פאַרדעקט מיט מאַכנעס קוים,
אין אַשכאַבאַד לופט־רײַזע קען מע טיען.
צו קיִיעוו, כאַרקאָוו, מינסק, ז’געראַמער רוים,
דאָרט פרעמד איז מיר, אַהין איך וויל נישט פליען.
אָט מעלדונג מיר: “ז’קײַן האָפענונג צו פליען,
נישט ווערט פאַרהאָפן אויף דער בלויען רוים”
אָדעסע־רײס זיי ווידער נײַעם לאַנגער אָנהאַלט טיען:
צו סטאַרט מיט אײַז ז’באַדעקטער פּאַסיק שוין.
אין לענינגראַד פון שנײען - דעכער רינט,
דער פלוג איך האָב נישט צו דעם שטאַט אין זינען.
טביליסי - דאָרט פאַר אוילעם טײ עס גרינט,
דאָרט וואַרעם, קלאָר, אַהין איך וויל נישט פליען.
פלוג אין ראָסטאָוו - די בירגער גרײטע זענען,
פאַר מיר איז נײטיק שטאָט אָדעסע, כ’ווײס:
איך פליען מוז אַהין, וווּהין אומעגלעך מיך באַנעמען,
דערפאַר איך וואַרט צו לאַנג דעם דאָרעם־רײס.
כ’וויל וויסן, וווּ שנײהורבעס שטײען הויך,
וווּ זעט מען פרי ווי שנײלעך זיך וויען,
שטאָט, מעגלעך, זעט אויס קלאָר, אים זון באַלויכט,
דאָרט זײער גוט, אַהין איך וויל נישט פליען.
פון דאַנען ניט דערלאָזן, געדולדיק וואַרט אָדעסע,
איך פיל די אַוולע, מוטשע זיך, כ’זע אָט:
אונדז אויף דער לאַנדונג נודנע בעט די בלויע סטיואַרדעסע,
געראָטענע אויף גאַנצער בירגער פלאָט.
געעפנט איז אין ווײַט שטיל סאַמע אָרט,
אין וועלכער קײַן שום פּרײַז וועט ניט דערציען.
וולאַדיוואָסטאָק האָט אָפענער לופט־פּאָרט,
פּאַריזש איז פרײַ, אַהין איך וויל נישט פליען.
מיר פליען, האָט פאַרבאָט אַ סוף, ווײַל גרויע הימלן שענען
געשפּאַנטער לײַנער, הערט מען ראַש טורבינס.
אין קײַן שום פאַל איך גלויב ניט דאָ אַצינד מיר אויס באַנעמען
אַ סאַך דאָרט סיבות - פלוג פאַרמאַך אַהין.
כ’וויל וויסן, וווּ שנײשטורעמען ז’פאַראַן,
וווּ פרילינג־בלומען צווישן שנײען בליען.
פרײַ זענען לאָנדאָן, דעלי, מאַגאַדאַן,
אַלצדינג איז פרײַ, אַהין איך וויל נישט פליען.
כ’בין רעכט, אוי ווײ מיט שמײכלען, ווען באַנײַס די סטיואַרדעסע
רעד נאָך אַמאָל פאַרגאַנגענע, זי האָט
אַ מעלדונג וועגן אָנהאַלט פונעם רײס, די מיס אָדעסע,
וואָס שלאַנקע גלײַך ווי גאַנצער בירגער פלאָט.
באַנײַס עס הערט מען אָנהאַלט ביזן אַכט,
די בירגער ווערן רוּיקע זיך קענען.
עס מיר געוואָרן נימעס - טײַוול־מאַכט,
איך פלי דערפאַר אַהין, וווּ מיך באַנעמען.
|