פאַרוואָס זאָל איך זיך חבֿר'ן
מיט כוליגאַנעס־באַנדיטן?
בעסער זיך אָנשליסן
צו די אַטיסעמיטן.
אין זייערע רייען,
לאָמיך אײַך דערמאָנען,
שטייען ניט טויזנטער,
נאָר גאַנצע מיליאָנען.
איצט ווייס איך וואָס צו טאָן,
פאַר וועמען זיך היטן;
נאָר ווער זײַנען זיי טאַקע
די דאָזיקע סעמיטן?
כאָטש ס'זײַנען פאַראַן
צווישן זיי מענטשן גאַנץ פײַנע,
איז אין ואָס באַשטייט
קעגן זיי אונזער טענה?
מײַן חבֿר פון שענק
איז זייער צופרידן
מיר צו דערקלערן: סעמיטן,
דאָס זײַנען פּשוטע ייִדן,
מיט דעם האָט ער טאַקע
געטאָן מיר אַ טובֿה,
איצט בין איך גאַנץ רואיק,
איך האָב ניט קיין מורא.
כ'מוז אָבער צוגעבן,
אַז אין גאַנג פון די יאָרן,
האָב איך פאַר איינשטיינען
מײַן רעספעקס ניט פאַרלאָרן,
און איך בעט אײַך, זײַט מיר
מוחל, כ'וויל ניט גיין קעגן שטראָם,
נאָר וואָס איז טאַקע מכוח
לינקאָלן אַבֿרהם?
ווי אויך סטאַלינ'ס קרבן קאָפּלער,
זײַן טאָכטער געליבטער
און דער אַקטיאָר טשאַרלי טשאַפּלין,
פון מיר דער באַליבטער?
מײַן פרײַנט ראַבינאָוויטש,
אַ קרבן פון פאַשיזם,
ווי אויך קאַרל מאַרקס,
דער פאָטער פון מאַרקסזים?
נאָר מײַן לערער טענה'ט,
אַז ער ווייס זייער גוט,
אז ייִדן טרינקען פסח
קריסטלעך בלוט,
און אין שענק האָט מיר
נעכטן אַ חבֿר פאַרטרויט,
אַז זיי האָבן מיט יאָרן צוריק,
אונוזער קריסטוס געטויט.
לויט קלאַנגען וואָס קומען
פון דאַנען און דאָרטן
דאָס סמ'ען זיי די חיות
אין זאָאָלאָגישן גאָרטן.
עס איז ניט קיין סוד
און אַ שאַנדע ביז גאָר,
זיי האָבן פאַרטאַכלעסט
די תבֿואה פון פאַרגאַנגעגעם יאָר.
זיך אויסגעבויט דאַטשעס,
ווי העלדישע קבֿרים,
זיי לעבן רײַך -
מיר זײַנען אָרים.
אויף אַלץ בין איך גרייט:
כ'וועל זיי שמײַסן און קאַטעווען,
שלאָגן זשידעס בכדי
רוסלאַגד צו ראַטעווען.
|