אין געלער הייסער אַפֿריקע,
אין צענטער, וווּ ס'איז טומלדיק,
איין מאָל אויסער גראַפֿיקעס
געטראָפֿן איז אַן אומגליק.
ס'האָט העלפֿאַנט אויף אַ טראַף
"אַ מבול!" דורכגעסאָפּעט.
ס'האָט זיך בקיצור אַ זשיראַף
פֿאַרליבט אין אַנטילאָפּע.
ווער עס מעקעט, ווער עס בילט,
ווער עס ברומט און הירזשעט ווילד
און אַ פּאָפּוגע גיט פֿון צווײַגן הויך זײַן מיין:
"זשיראַף איז גרויס. ער ווייסט אַליין!"
דער זשיראַף האָט אַ געשריי
געגעבן אין אַ טשאַדע:
"אויב זי איז פֿאַר אײַך ניט גוט,
פֿאַרלאָז איך באַלד די סטאַדע!
אַלע בעלי-חיים גלײַך
זײַנען איצט געוואָרן.
בין איך מער שוין ניט מיט אײַך.
איר האָט מיך שוין פֿאַרלאָרן!"
ווער עס מעקעט, ווער עס בילט,
ווער עס ברומט און הירזשעט ווילד
און אַ פּאָפּוגע גיט פֿון צווײַגן הויך זײַן מיין:
"זשיראַף איז גרויס. ער ווייסט אַליין!"
ס'האָבן אַנטילאָפּעס
דעם זשיראַף ניט ליב געקראָגן.
"ער איז סתּם אַ לאַנגער יאָלד", -
געזיפֿצט אויף אַלע ראָגן.
האָט די אַנטילאָפּע
זיי געזאָגט: "אויב אַלע מאָנען,
וועל איך באַלד אַוועקגיין
מיט זשיראַף גאָר צו ביזאָנען!"
ווער עס מעקעט, ווער עס בילט,
ווער עס ברומט און הירזשעט ווילד
און אַ פּאָפּוגע גיט פֿון צווײַגן הויך זײַן מיין:
"זשיראַף איז גרויס. ער ווייסט אַליין!"
אין געלער הייסער אַפֿריקע
ניטאָ איז קיין אידיליע.
זשיראַף און די זשיראַפֿיכע
גיסן טרערן פֿילע.
נאָר קיין עצה איז ניטאָ,
עבֿירה אויף עבֿירה.
ס'איז די טאָכטער פֿון זשיראַף
מיט אַ ביזאָן פֿאַרהייראַט.
ס'איז ניט קלוג to fall in love,
נאָר שולדיק פֿאָרט איז ניט זשיראַף,
נאָר די פּאָפּוגע, וואָס געגעבן האָט זײַן מײַן:
"זשיראַף איז גרויס. ער ווייסט אַליין".
|