צווישן ליכטלעך פֿאַרוויינטע און תּפֿילות בײַ נאַכט,
צווישן שײַטערס פֿון שלום, טראָפֿייען פֿון קריג,
קינדער האָבן געלעבט און געחלומט פֿון שלאַכט
און פֿון איבער אַן אמתן שֹונא אַ זיג.
עס פֿאַרדריסט תּמיד קינדער,
וואָס קליין זײַנען זיי,
און מיר האָבן זיך ביטער
געשלאָגן ביז וויי,
האָבן מאַמעס פֿאַרנייט
די מלבושם, און מיר
האָבן ביכער געלייענט מיט
דאָרשט אָן אַ שיעור.
האָבן האָר אונדז צו שטערנס פֿאַרשוויצטע געקלעפּט,
און גענאָגט האָט עס אונטערן ״לעפֿעלע״ זיס
און דער ריח פֿון קאַמף האָט פֿאַרדרייט אונדז די קעפּ,
און געמאַכט האָט ער יעדערן תּיכּף אַ ריז.
האָבן מיר ניט געהערט נאָך
קיין פֿײַף פֿון אַ קויל,
ווי אַ רוף האָט געקלונגען
פֿאַר אונדז אַ געהויל,
און מיר האָבן באַמיט זיך
באַנעמען דעם תּוך
פֿון באַפֿעלן, אַטאַקעס,
פֿון פֿײַער און רויך.
אין די קעסלען פֿון שלאַכטן און קאַמף פֿון אַמאָל
איז פֿאַר אונדזערע מוחות געבליבן שפּײַז הײַנט.
אין די שפּילן מיר האָבן געגעבן די ראָל
פֿון פֿאַררעטערס, פּחדנים צו אונדזערע פֿײַנט.
נאָר גזלנים מיר האָבן
זיך שנעל נאָכגעיאָגט,
שענטסטע פֿרויען ליב האָבן
מיט ברען צוגעזאָגט,
פֿרײַנד און שכנים געטרייסט און
באַרויִקט אויף גיך
און די ראָלן פֿון העלדן
גענומען פֿאַר זיך.
נאָר אויף אייביק אַוועקגיין אין טרוים טאָר מען ניט.
קוק: אַרום איז אַזוי פֿיל יסורים און וויי!
גיי, די דלאָניעס פֿון טויטע צענעם, ווער ניט מיד
און נעם אויף פֿון די העלדישע הענט דאָס געווער.
נעם אַ וואַרעמע שווערד און
כּלי־זיך טו אָן -
און פֿאַר אמת אין קאַמף שטעל דײַן
לעבן אין קאָן!
פֿעסט באַשליס: ביסט אַ פּחדן
צי גור האָט דיך
אויסדערוויילט, דו זאָלסט קעמפֿן
מיט חושן פֿאַר ליכט.
ווען דײַן חבֿר וועט פֿאַלן פֿון וווּנדן לעם דיר,
פֿון דײַן ערשטער אַבֿדה וועסט הוילן אין צער,
און וועט ברענען בײַ דיר יעדער נערוו אָן אַ שיעור,
וועסט ניט קאָנען דאַן אויסהאַלטן אָט דעם קאָשמאַר,
וועסט פֿאַרשטיין: האָסט דערפֿילט
מיט דײַן אייגענער הויט,
פֿײַנט באַקומען אויף שטענדיק
דעם פּרצוף פֿון טויט!
שלעכטס און שקר - אַ קוק,
זייער צורה איז גראָב!
הינטער זיי - תּמיד טרונעס,
אַ ראָב נאָך אַ ראָבֿ.
אויב מיט טרערן אין האַלדז, אין געראַנגל דו האָסט
דורכגעהאַקט דרייסט דעם וועג דײַנעם דורך וויי און ווינד
און פֿאַרזוכט דאָרט פֿון טויט און פֿון לעבן דעם קאָסט -
האָסטו נייטיקע ביכער געלייענט אַלס קינד.
אויב דו האָסט פֿלייש פֿון מעסער
געטאָן ניט קיין ביס,
אויב מיט הענט מיט פֿאַרלייגטע
געזעסן דו ביסט,
האָסט קיין קאַמף ניט געפֿירט
מיט אַ רצחן, אַ קאַט -
הייסט עס, קיין ווירדיק
לעבן דו האָסט ניט געהאַט!
|